Published: 21 February 2024

צו שטימען דורך בריוו

זונטיק דעם 9טן יוני 2024 וועט מען שטימען צום אײראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אין שוועדן

אַזוי טוט מען

  1. גרײט ביחידות צו אײַער שטים. אויפֿן ליידיקן שטימצעטל שרײַבט מען אָן דאָס נאָמען פֿון דער פּאַרטײ וואָס מע וויל שטימען פֿאַר איר. מע קען אויך שטימען פֿאַר אַ ספּעציפֿישן פּאָליטיקער דורכן אָפּשרײַבן די פּאַרטײ און דערצו אויך דאָס נאָמען פֿון אַ קאַנדידאַט. לײגט אַרײַן דאָס שטימצעטל אין אַ שטים־קאָנווערט. שליסט אָפּ דעם קאָנווערט דורכן צוקלעפּן אָדער פֿאַלצן. מע קען דאָס טאָן אָן בײַזײַיִקע עדות.
  2. מיט צוויי בײַזײַיִקע עדות, לײגט אַרײַן דעם קאָנווערט אין דעם קאָנווערט מאַרקירט מיטן טעקסט ״אויסנווייניקער קאָנווערט פֿאַר בריוו־שטימען״. קלעפּט צו דעם אויסנווייניקן קאָנווערט. שרײַבט דײַטלעך אָפּ אײַערע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס און אײַער חתימה אויפֿן פֿעדערשטן זײַט אויסנווייניקן קאָנווערט. אַלדי אינפֿאָרמאַציעס מוזן זײַן דאָ כּדי מע זאָל קענען באַשטעטיקן דעם שטים.
  3. די עדות זאָלן דײַטלעך אָפּשרײַבן זײערע אינפֿאָרמאַציעס און חתימות אויפֿן הינטערשטן זײַט אויסנווייניקן קאָנווערט. אַלדי אינפֿאָרמאַציעס מוזן זײַן דאָ כּדי מע זאָל קענען באַשטעטיקן דעם שטים.
  4. נעמט דערנאָך אַרויס דעם קאָנווערט מאַרקירט מיטן טעקסט ״הילע־קאָנווערט פֿאַר בריוו־שטימען״.
    טאָמער האָט איר יאָ אַ שטים־קאַרטל: פּלאַצירט דאָס שטים־קאַרטל פֿאַר דעם אויסנווייניקן קאָנווערט אין דעם הילע־קאָנווערט מיטן אַדרעס פֿון אײַער קאָמונאַלן וואַל־אַמט אָנזעעוודיק אינעם פֿענצטער פֿונעם הילע־קאָנווערט.
    טאָמער האָט איר ניט קײן שטים־קאַרטל: פּלאַצירט דעם אויסנווייניקן קאָנווערט מיטן אַדרעס פֿון דער וואַל־אַדמיניסטראַציע אָנזעעוודיק אינעם פֿענצטער פֿונעם הילע־קאָנווערט.
  5. קאָנטראָלירט אַז איר האָט דורכגעפֿירט אַלדי זאַכן אויבן. טאָמער האָט איר אַלצדינג דורכגעפֿירט זענט איר גרייט צוצוקלעפּן דעם הילע־קאָנווערט און צוגעבן אַ מאַרקע! שיקט אַרײַן אײַער בריוו־שטים פֿון אויסלאַנד אַזוי גיך ווי מעגלעך, נאָר ניט פֿריִער פֿונעם 25טן אַפּריל 2024. מע מוז קריגן דעם בריוו־שטים צו דער צײַט פֿונעם ציילן די שטימען. איר טאָר ניט שיקן דעם שטים פֿון שוועדן.

שיקט אַרײַן דעם בריוו־שטים ניט פֿריִער פֿונעם 25טן אַפּריל

צו שטימען דורך בריוו הײסט אַז איר שטימט אין פֿאַרויס דורכן אַרײַנשיקן דעם שטים פֿון אויסלאַנד פֿאַר דעם וואַלטאָג.

מע מוז אַרײַנשיקן דעם שטים צו דער צײַט פֿאַרן צײלן די שטימען. דער שטים איז ניט גילטיק אויב ער איז געשיקט פֿון שוועדן.

מע שיקט דעם בריוו־שטים צום שוועדישן וואַל־לאָקאַל וואָס איר געהערט צו אים. אינעם וואַל־לאָקאַל צעטיילט מען דעם שטים־קאַרטל פֿונעם שטים־קאָנווערט. דערנאָך פּלאַצירט מען אײַן דעם שטים־קאָנווערט אין דער וואַל־אורנע צוזאַמען מיט די אַנדערע שטימען, ווי איר וואָלט געהאַט געשטימט אינעם וואַל־לאָקאַל.

עדות

אינעם מאַטעריאַל איז דאָ אַ פּוסט שטימצעטל. אויפֿן דאָזיקן שטימצעטל קענט איר שרײַבן דעם נאָמען פֿון איר אויסגעקליבענער פּאַרטײ און דערצו אויך אַ קאַנדידאַט אויב איר ווילט שטימען פֿאַר אַ ספּעציפֿישן פּאָליטיקער. גיט אַכט און שרײַבט דײַטלעך כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז מע וועט אײַער שטים באַשטעטיקן.

שטימצעטל

אינעם מאַטעריאַל איז דאָ אַ פּוסט שטימצעטל. אויפֿן דאָזיקן שטימצעטל קענט איר שרײַבן דעם נאָמען פֿון איר אויסגעקליבענער פּאַרטײ און דערצו אויך אַ קאַנדידאַט אויב איר ווילט שטימען פֿאַר אַ ספּעציפֿישן פּאָליטיקער. גיט אַכט און שרײַבט דײַטלעך.

ווײַטער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם שטימען אויף אַ ספּעציפֿישן פּאָליטיקער, די פּאַרטײען און די קאַנדידאַטן איז דאָ אויף שוועדיש דורך דער אָ פֿאַרבינדונג

שטימרעכט און שטים־קאַרטל

טאָמער האָט איר דאָס רעכט צו שטימען זענט איר דאָ אויף דער ווײלער־רשימה און קריגט אַ שטים־קאַרטל. אויפֿן שטים־קאַרטל איז געשריבן אײַער שטימרעכט.

איר האָט שטימרעכט צי איר זענט אַ שוועדישער בירגער און זענט אָדער זענט געווען רעגיסטרירט אויף אַ שוועדישן אַדרעס. איר האָט אויך שטימרעכט ווען איר זענט אַ בירגער פֿון אַ לאַנד אינעם אײ״פֿ, זענט רעגיסטרירט אויף אַ שוועדישן אַדרעס און האָט זיך רעגיסטרירט אויף דער שוועדישער ווײלער־רשימה.

די שוועדישע בירגערס רעגיסטרירט אויף אַ שוועדישן אַדרעס לײגט מען אויטאָמאַטיש צו צו דער ווײלער־רשימה. בירגערס פֿונעם אײ״פֿ וואָס ווילן זיך רעגיסטרירן אויף דער שוועדישער ווײלער־רשימה מוזן אַפּליקירן אויף דעם בײַ דער קאַונטי־אַדמיניסטראַציע ניט שפּעטער ווי 30 טעג פֿאַרן וואַלטאָג.

גיט אַכט:

  • איר מוז זײַן 18 יאָר אָדער עלטער אויפֿן וואַלטאָג.
  • עמעצער וואָס האָט זיך קײן מאָל ניט רעגיסטרירט אויף אַ שוועדישן אַדרעס האָט ניט קײן שטימרעכט.
  • אַ שוועד וואָס וווינט אין אַ לאַנד אינעם אײ״פֿ קען אויסקלײַבן צו שטימען אינעם דאָזיקן לאַנד. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דער וואַך־אַדמיניסטראַציע פֿונעם דאָזיקן לאַנד כּדי צו רעגיסטרירן זיך אויף דער ווײלער־רשימה דאָרטן. אַ ווײלער טאָר נאָר שטימען אין אײן לאַנד אויך ווען מע האָט צווײ בירגערשאַפֿטן.