Published: 1 March 2023

שטימען פאר א פארטיי און א מענטש

מען קען באקומען שטים צעטלעך וואו איר שטימט און פון די פארטייען.

שטימט פאר פארטייען

אין אלגעמיין, טוט איר שטימען פאר א פארטיי. די פארטיי'ס נאמען איז אויפן שטים צעטל, אבער ווען נישט, קענט איר עס שרייבן אויף א ליידיגע שטים צעטל.

פערזענליכע אויסוואל שטימען

אויב איר ווילט א ספעציפישע קאנדידאט פון א פארטיי, לייגט א X פארנט פון די נאמען אויפן שטים צעטל. איר קענט דאס נאר טוען פאר איין קאנדידאט.
איר קענט אויך אויסוועלן אייער פערזענליכע אויסוואלט דורך אריינשרייבן די נאמען פון א פארטיי און א קאנדידאט אויף א ליידיגע שטים צעטל.