Published: 1 March 2023

שטימען פרי

שטימען פרי מיינט אז איר שטימט אין א פלאץ אינדרויסן פון אייער שטים סטאנציע. איר קענט
שטימען פרי אין אייער מוניציפאליטעט אדער אין אן אנדערן.

פרי שטימען הייבט זיך אן אומגעפער דריי וואכן איידער דעם טאג פון די וואלן, און גייט אן ביז די טאג פון די וואלן.
פריע שטימען פארלאנגט אייך צו ברענגן אייער שטים קארטלן און ID דאקומענט.

וויאזוי צו שטימען פרי אין א ריקסדאג, מוניציפאלע אדער ראיא וואלן

  1. .1 וועלט אויס א שטים צעטל
  2. נעמט א שטים צעטל קאנווערט
  3. גייט אונטער א שטימע-פארשטעלן פארהאנג און שטעלט אויס אייער שטימע. לייגט אן
  4. X פאר די נאמען וואס איר וועלט אויס.
    אויב איר קענט נישט טרעפן אייער פארטיי'ס שטים צעטל, נעמט א ליידיגע שטים צעטל און שרייבט
    אייער פארטיי'ס נאמען אויף דעם. איר קענט אויך שטימען פאר אייער פערזענליכע אויסוואל דורך
    שרייבן די נעמן פון אייער פארטיי און דעם קאנדידאט פאר וועמען איר ווילט שטימען. אויב איר האט א פארטיי שטים צעטל, קענט איר שרייבן די קאנדידאט'ס נאמען אויף דעם.
  5. געבט אריין אייער שטים צעטל קאנווערט, אייער שטים קארטל און אייער ID דאקומענט צום שטימע באקומער.
  6. די שטימע באקומער באקוקט אייער אידענטיטעט און צייכענט אז איר האט געשטימט.
  7. די שטימע באקומער לייגט אייער שטימע קאנווערט אין א פענסטער קאנווערט. די פענסטער קאנווערט ווערט פארקלעבט און ווערט געשטעלט אין א פארזאמלונג קעסטל.

וויאזוי צו שטימען פרי אין א אן אייראפעאישע פארליעמענט וואלן

  1. וועלט אויס א שטים צעטל
  2. נעמט א שטים צעטל קאנווערט
  3. גייט אונטער א שטימע-פארשטעלן פארהאנג און שטעלט אויס אייער שטימע. לייגט אן
  4. X פאר די נאמען וואס איר וועלט אויס.
    אויב איר קענט נישט טרעפן אייער פארטיי'ס שטים צעטל, נעמט א ליידיגע שטים צעטל און שרייבט אייער פארטיי'ס נאמען אויף דעם. איר קענט אויך שטימען פאר אייער פערזענליכע אויסוואל דורך
    שרייבן די נעמן פון אייער פארטיי און דעם קאנדידאט פאר וועמען איר ווילט שטימען. אויב איר האט א פארטיי שטים צעטל, קענט איר שרייבן די קאנדידאט'ס נאמען אויף דעם.
  5. געבט אריין אייער שטים צעטל קאנווערט, אייער שטים קארטל און אייער ID דאקומענט
    צום שטימע באקומער.
  6. די שטימע באקומער באקוקט אייער אידענטיטעט און צייכענט אז איר האט געשטימט.
  7. די שטימע באקומער לייגט אייער שטימע קאנווערט אין א פענסטער קאנווערט. די
    פענסטער קאנווערט ווערט פארקלעבט און ווערט געשטעלט אין א פארזאמלונג קעסטל.

אייער שטים קארטל און שטימע קאנווערט ווערן געשיקט צו אייער שטים סטאנציע

אין א פריע שטים סטאנציע איז נישט פארהאן קיין וויילער ליסטע צו צייכענען אז איר האט
געשטימט. דערפאר ווערט אייער שטים צעטל קאנווערט געשיקט צוזאמען מיט אייער שטים קארטל צו אייער שטים סטאנציע אינעם וואל טאג.

ביי אייער שטים סטאנציע וועט אייער נאמען ווערן געצייכענט אויפן וויילער ליסטע און אייער שטים קארטל וועט ווערן אפגעזינדערט פון די שטים צעטל קאנווערט אדער קאנווערטן, אזוי אז אייער שטימע זאל נישט ווערן פארבינדן מיט אייער שטים קארטלן ווען די שטימעס ווערן געציילט.