Published: 1 March 2023

זיץ פארטיילונג

זיץ פארטיילונג

ווען דאס ציילן איז פארענדיגט, ווערן זיצן צוטיילט צווישן די פארטייען. דאן ווערט באשטעטיגט ערוויילטע קאנדידאטן, ערשט באזירט אויף מענטש אויסוואלן שטימעס און דערנאך לויט די סדר פון קאנדידאטן ווי פארשריבן אויפן שטים צעטל.

ריקסדאג

נאר פארטייען וואס באקומען כאטש פיר פראצענט פון די נאצניאנעלע וואלן טיילן זיך אינעם אויסטייילן פון ריקסדאג זיצן. אבער פארטייען מיט כאטש צוועלף פראצענט פון די וואלן אין א געגענט טיילן זיך מיטן אויסטיילונג פון די זיצן פון יענע געגנט. א סך הכל פון 349 זיצן ווערן פארטיילט, 310 פעסטגעשטעלט, און 39 צופאסענדע זיצן. די צופאסענדע זיצן מאכן די מערסטע גלייכע פארטיילן פון זיצן וואס איז מעגליך. צו ווערן ערוויילט אויף א פערזענליכע אויסוואל שטימע, דארף א ריקסדאג קאנדידאט באקומען כאטש פינעף פראצענט פון די פארטיי'ס שטים צעטלעך אינעם געגנט.

מוניצפאל און ראיאנישע צוזאמקום

אין ראיאנישע צוזאמקו ם וואלן ווערן זיצן פארטיילט צו פארטייען וואס באקומען כאטש דריי פראצענט פונעם סך הכל פון די ראיאן וואלן.
ביים פארטיילן מוניציפאלע אסעמבלי וואל זיצן, דארף א פארטיי באקומען כאטש דריי פראצענט פון די שטימעס אין מונציפאליטעטן פארטיילט אין געגנטער און צוויי פערצענט אין מוניציפאליטעטן וואס זענען נישט צוטיילט.

צו ווערן ערוויילט אויף א פערזענליכע אויסוואל שטימע, דארף אן ארטיגע אדער
מוניציפאל אסעמבלי און ראיאנישע צוזאמקום קאנדידאט באקומען די שטימעס אין
כאטש פינעף פראצענט פון די פארטיי'ס שטים צעטלעך אינעם געגנט, אבער נישט
ווייניגע ווי 100 שטימעס פאר ראיאנישע צוזאמקום און 50 שטימעס פאר מוניציפאל
אסעמבלי.

אייראפעאישע פארליעמענט

נאר פארטייען וואס באקומען כאטש פיר פראצענט פון די נאניאנעלע שטימע באקומען א טייל פון די אויסטיילונג פון אייראפעאישע פארליעמענט זיצן.
די אייראפעאישע פארליעמענט האט א מאקסימום פן 751 זיצן, וואס ווערן פארטיילט לויט באפעלקערונג. אויב שוועדן, צום ביישפיל, האט 20 זיצן אין די אייראפעאישער פארליעמענט, און איין פארטיי באקומט 10 פראצענט פון די שטימעס, וואלט יענע פארטיי אויך באקומען 10 פראצענט
פון די זיצן, (ד.מ. 2 זיצן.)

צו ווערן ערוויילט אויף א פערזענליכע אויסוואל שטימע, דארף אן אייראפעאישע פארליעמענט באקומען כאטש פינעף פראצענט פון די פארטיי'ס שטים צעטלעך אין שוועדן.