אלגעמיינע וואלן אין שוועדן
Published: 11 May 2026
עס זענען פארהאנען פיר אלגעמיינע וואלן אין שוועדן - וואלן צו די ריקסדאג, ראיאנישע קאונסילס, מוניציפאלע קאונסילס און די איראפעישע פארליאמענט.
אלגעמיינע וואלן
עס זענען פארהאנען פיר אלגעמיינע וואלן אין שוועדן:
- צו די ריקסדאג
- צו די ראיאנישע קאונסילס
- צו די מוניציפאלע קאונסילס
- צו די אייראפעישע פארליאמענט
- רעגלמעסיגע וואלן צו די ריקסדאג, ראיאנישע קאונסילס און מוניציפאלע קאונסילס ווערן אפגעהאלטן יעדע פיר יאר אויף די צווייטע זונטאג פון סעפטעמבער.
וואלן צו די אייראפעישע פארליאמענט ווערן אפגעהאלטן אין אפריל, מאי, יוני אדער יולי יעדער פינף יאר דורכאויס א צייט-אפשניט באשלאסן דורך די אייראפעישע פארליאמענט. די וואלן ווערט אויסגעפירט אין איינקלאנג מיט די נאציאנאלע וואלן געזעצן פון יעדער EU לאנד, און אין שוועדן, די וואלן געזעץ זאגט פאר אז וואלן טאג איז אייביג אויף א זונטאג.
יוניווערסאל און אייניגע שטים-רעכט און פרייע, געהיימע און דירעקטע וואלן
די שוועדישע עלעקטארישע סיסטעם איז באזירט אויף יוניווערסאל און אייניגע שטים-רעכט און אויף וואלן זייענדיג פריי, געהיים און דירעקט. די עלעקטארישע סיסטעם איז אומצענטראליזירט און דורכזיכטיג, און דעריבער ראבוסט.
עס ווערט רעאגירט דורך די אינסטרומענט פון רעגירונג, וועלכע איז איין פון די פיר פונדאמענטאלע געזעצן.
יוניווערסאל שטים-רעכט
די רעכט צו שטימען איז אפגעמאכט באזירט נאר אויף די באזיס פון פארלאנגען וועלכע מענטשן קענען אין אלגעמיין נאכקומען, צום ביישפיל עלטער, בירגערשאפט און וואוין-ארט.
אייניגע שטים-רעכט
אלע וויילער האבן האבן אן אייניגע רעכט צו בייאיינפלוסן די וואלן רעזולטאטן, דאס הייסט איין שטימע פער מענטש.
פרייע וואלן
קיין שום אנדערע מענטש קען נישט אפמאכן וויאזוי א וויילער זאל שטימען, און קיינער איז נישט געצווינגען צו שטימען.
געהיימע וואלן
וויילער זענען נישט פארלאנגט צו ווייזן אדער ארויסגעבן וויאזוי זיי האבן געשטימט.
דירעקטע וואלן
וויילער טוהן ערוועלן די וועלכע זיצן אין, צום ביישפיל, די ריקסדאג אדער מוניציפאליטעט קאונסילס.