װי צו שטימען

זונטאג, 11 סעפטעמבער 2022 איז וואל טאג פאר די פארליאמענט און שטאטישע און ראיאנישע קאונסילס.

ווער קען שטימען?

צו שטימען, מוזט איר האבן געווארן 18 יאר ביז די וואל טאג. די אינפארמאציע אין די פאפולאציע רעגיסטער 30 טעג פארן וואל טאג באשטעטיגן אייער רעכט צו וויילן און אייער וואל דיסטריקט.

איר קענט וויילן פאר פארליאמענט אויב איר זענט:

  • א שוועדישע בירגער און זענט אדער זענט געווען רעגיסטרירט אין שוועדן.

איר קענט וויילן פאר שטאטישע און ראיאנישע קאונסיל אויב איר זענט:

  • א שוועדישע בירגער און רעגיסטרירט אין שוועדן
  • א בירגער פון אן EU לאנד אדער אייסלאנד אדער נארוועגיע און רעגיסטרירט אין שוועדן
  • א בירגער פון אן אנדערע לאנד וואס איז געווען רעגיסטרירט אין שוועדן פאר דריי יאר נאכאנאנד פארן וואל טאג.

די וועלכע זענען ערלויבט צו שטימען באקומען א וויילונג קארטל

די וועלכע זענען ערלויבט צו שטימען באקומען א וויילונג קארטל דורך די פאסט ארום דריי וואכן פאר די וואלן. די וויילונג קארטל ווייזט וועלכע וואלן איר קענט שטימען אין ווי אויך די נאמען, אדרעס און שעות פון אייער וואל פלאץ. אויב איר האט נישט אייער וויילונג קארטל, קענט איר באשטעלן א נייע פון אייער מוניציפאליטעט אדער די וויילונג אויטאריטעט.

שטים-צעטלעך

שטים-צעטלעך פאר פארלימענט זענען געל, ווייס פאר שטאטישע קאונסיל און בלוי פאר ראיאנישע קאונסיל. שטים-צעטלעך קען מען טרעפן אין אלע וואל פלאץ.

וויילן פאר א פארטיי

ערשט שטימט איר פאר א פארטיי נוצנדיג א שטים-צעטל מיט אייער פארטיי'ס נאמען. אויב איר טרעפט נישט איין, קענט איר שרייבן אייער פארטיי'ס נאמען אויף א ליידיגע שטים-צעטל.

פערזענליכע פרעפערענץ וואלן

אויב איר ווילט א געוויסע קאנדידאט זאל ווערן אויפגענומען, לייגט אן X אין די קעסטל אין פארנט פון די קאנדידאט'ס נאמען אויף א שטים-צעטל מיט נעמען. איר קענט נאר שטימען פאר איין קאנדידאט. איר קענט אויך שטימען דעם וועג דורך שרייבן די נעמען פון די פארטיי און די קאנדידאט אויף א ליידיגע שטים-צעטל.

וואו איר קענט שטימען

שטימען ביי אייער וואל פלאץ אויפן וואל טאג, 11 סעפטעמבער

איר קענט נאר שטימען ביי די וואל פלאץ געדרוקט אויף אייער וויילונג קארטל. די וואל פלאץ איז נאר אפן אויפן וואל טאג. ווען איר שטימט ביי אייער וואל פלאץ, וועט אייער נאמען ווערן געצייכנט אויף די ליסטע פון וויילערס און אייערע שטימען וועלן ווערן געלייגט אין די שטים-צעטלעך קעסטלעך.

פריע וויילונג אין א וויילונג לאקאציע אין אייער מוניציפאליטעט אדער אן אנדערע

איר קענט שטימען פרי אין סיי וועלכע לאקאציע אין די לאנד. פריע וויילונג הייבט זיך אן אום 24 אוגוסט און גייט אן ביז די וואל טאג. איר מוזט האבן אייער וויילונג קארטל ווען איר שטימט פרי. איר קענט טרעפן אינפארמאציע איבער פריע וויילונג פון אייער מוניציפאליטעט אדער ביי www.val.se.

וויילונג פון אויסערן שטאט

אויב איר זענט ארויס פון לאנד קענט איר שטימען דורך די פאסט אדער שטימען פרי ביי אסאך שוועדישע אמבאסאדעס און קאנסולאטן. ווען איר שטימט דורך די פאסט, דארפט איר נוצן ספעציעלע מאטריאל באשטעלט פון די וויילונג אויטאריטעט, מוניציפאליטעטן, אמבאסאדעס און קאנסולאטן. אייער שטימע מוז ווערן געשיקט פון אויסערן לאנד אנגעהויבן 28 יולי. איר קענט שטימען פרי ביי אמבאסאדעס און קאנסולאטן אנגעהויבן 18 אוגוסט.

איר מוזט זיך אידענטיפיצירן

ווען איר שטימט דארפט איר באשטעטיגן אייער אידענטיטעט מיט אן אידענטיטעט דאקומענט. אויב איר האט נישט איין, קען אן אנדערע מענטש באשטעטיגן אייער אידענטיטעט אבער מוז ווייזן זייער אידענטיטעט דאקומענט.

אויב איר דארפט הילף צו שטימען

שטימען דורך א מעסענדזשער

איר קענט אויך שטימען דורך א מעסענדזשער אויב איר קענט נישט אנקומען צו אייער וואל פלאץ אדער פריע וויילונג לאקאציע, צוליב קראנקייט, הענדיקעפ אדער עלטער. איר קענט אויך שטימען דורך א מעסענדזשער אויב איר זענט אין טורמע אדער תפיסה.

אייער שטימע מוז ווערן צוגעגרייט צווישן 18 אוגוסט און די וואל טאג. איר דארפט א מעסענדזשער און אן עדות, וואס מוז זיין צוויי באזונדערע מענטשן.

איר דארפט א מעסענדזשער - ווער קען זיין א מעסענדזשער?

אייער מעסענדזשער מוז זיין אמווייניגסטנס 18. די דאזיגע קענען זיין א מעסענדזשער.

  • אייער קרוב
  • אייער קעירגעבער אדער איינער וואס העלפט אייך אפט מיט אייער פערזענליכע ענינים
  • א טורמע אדער תפיסה איינגעשטעלטע
  • א דארפישע פאסטמאן, אויב איר וואוינט אויף א דארפישע פאסט רוט.

שטימען דורך א מעסענדזשער פארלאנגט ספעציעלע מאטריאל וואס איר קענט באשטעלן פון אייער מוניציפאליטעט אדער די וויילונג אויטאריטעט. אויב איר שטימט פרי מיט א מעסענדזשער, דארפט איר א וויילונג קארטל.

פארנדיגע וויילונג קלערקס

פארנדיגע וויילונג קלערקס סערווירן די וואס קענען נישט שטימען פרי אדער ביי א וואל פלאץ צוליב קראנקייט, עלטער אדער הענדיקעפ. אייער מוניציפאליטעט שיקט צוויי פארנדיגע וויילונג קלערקס צו אייער היים צו באקומען אייער שטימע. פארבינדט זיך מיט אייער מוניציפאליטעט פאר נאך אינפארמאציע

Other languages