Published: 27 March 2020

שטימען דורך א שליח

שטימען דורך א שליח מיינט אז עמיצער אויסער אייך נעמט אייער שטימע צו אייער שטים סטאנציע אדער ארט פאר פריע וואלן.

שטימען דורך א שליח פארלאנגט ספעציעל מאטריאל, וואס איר קענט באשטעלן פון די וואל
אוטאריטעט, א מוניציפאליטעט אדער קאונטי וואל אוטאריטעט.

איר קענט שטימען דורך א שליח פאר די פאלגענדע סיבות:

  • עלטער
  • קראנקהייט
  • פונקציע שטערונג
  • אין קאסטעדי, תפיסה, אדער רימאנד תפיסה
  • וואוינט אדער שטייט אין א רוראל פאסט צושטעל גאנג, וואס ערמעגליכט אייך צו
    שטימען דרוך די רוראל פאסט טרעגער אלס אייער שליח.

מענטשן וואס קענען זיין שליחים:

  • אייער מאן, ווייב, אדער מיטוואוינער
  • אייער קינד, אייניקל, עלטערן אדער געשוויסטער, אדער די פון אייער מאן, ווייב אדער
    מיטוואוינער.
  • מענטשן וואס געבן זיך אפ מיט אייך פראפעסיאנעל, אדער העלפן אייך מיט פערזענליכע זאכן.
  • רוראל פאסט טרעגערס
  • ארבעטערס אין א תפיסה אדער רימאנד תפיסה.

אויב איר ווייסט נישט פון איינער וואס קען זיין אייער שליח, קען די מוניציפאליטעט ארלעדיגן פאר
א שטימע באקומער צו קומען צו אייער שטוב. פארבינדט זיך מיטן מוניציפאליטעט.

Other languages