Published: 27 March 2020

רעכט צו שטימען

באפעלקערונג רעגיסטרי אינפארמאציע באשטימט אייער רעכט צו שטימען און אייער וואל געגנט. די אינפארמאציע ווערט ערהאלטן 30 טעג פארן וואל טאג. די וואס זענען בארעגטיגט צו שטימען זענען אריינגערעכנט אין די וויילער ליסטע.

רעכט צו שטימען אין געוויסע וואלן

ריקסדאג וואלן

  • 18 יאר אלט אין טאג פון וואלן
  • שוועדישע בירגער און
  • איז אדער איז געווען רעגיסטרירט אין שוועדן

מוניציפאלע און ארטיגע אסעמבלי וואלן

  • 18 יאר אלט אין טאג פון וואלן
  • רעגיסטרירט אין די מוניציפאליטעט און ארט, און
  • שוועדישע בירגער, איינוואוינער פון אן אנדערע EU לאנד, אייסלאנד, נארוועגן, אדער
  • א בירגער פון אן אנדערע לאנד, אדער לאנדלאז אבער רעגיסטרירט אין שוועדן פאר
    כאטש דריי יאר נאכאנאנד פארן וואל טאג

אייראפעאישע פארליעמענט וואלן

  • 18 יאר אלט אין טאג פון וואלן
  • שוועדישע בירגער און
  • איז אדער איז געווען רעגיסטרירט אין שוועדן, אדער
  • איז אן איינוואוינער אין אן אנדערע EU מיטגלידער שטאט וואס איז רעגיסטרירט אין
    שוועןד און האט געבעטן צו ווערן אריינגערעכנט אין די וויילער ליסטע.

Textשטים קארטל

אויב איר זענט בארעכטיגט צו שטימען, וועט איר באקומען א שטים קארטל אויף פאסט ארום דריי וואכן פאר די וואלן. די קארטל ווייזט אייך אין וועלכע וואלן איר קענט שטימען, און די נאמען,
אדרעס און שעות פון עפענונג פון די שטים פלאץ.
פאר פריע שטימע, דארפט איר ברענגן אייער שטים קארטל. אויב איר האט נישט באקומען א קארטן
אדער איר האט עס פארלוירן, קענט איר באקומען א נייע פון אייער מוניציפאליטעט אדער ד וואל אוטאריטעט. אויב איר פילט אז די אינפארמאציע אויף אייער שטים קארטל איז נישט ריכטיג, דארפט איר בעטן א פאררעכטיגונג שריפטליך פון די קאונטי אדמיניסטראציע.

Other languages